"״בימבאו-יו-עס-עס" - א פיליאלע פון דער ריזיגער מעקסיקאנער ברויט פירמע '"בימבאו'" - וועלכע ווערט פאררעכנט אלס די גרעסטע ברויט פראדוצירער אין אמעריקע, האט געמאלדן אז זי נעמט אראפ די כשרות זיגל פון רוב פון אירע ברויטן און בייגעלעך.

די פירמע וועלכע נוצט די כף-קעי כשרות סימבאל, האט געמאלדן אז עס לוינט זיי מער נישט - פינאנציעל - צו נוצן דעם כשרות סימבאל אויף רוב פון אירע פראדוקטן. לויט הרב מנחם גענאק פון דער או-יו כשרות ארגאניזאציע, קומט דאס צוליב דעם וואס דער פירמע וויל קענען פראדוצירן די ברויטן אויף די זעלבע ליניעס און נוצן די זעלבע מאשינען וואס זיי נוצן פאר מילכיגע פראדוקטן, עפעס וואס שטעלט פאר א כשרות פראבלעם פאר אידן וואס קענען נישט אויסמישן מילכיגס און פליישיגס.

די פירמע האט אבער צוגעלייגט אז צוויי פון אירע גרויסע ברענדס ''ענטענהיים'' און ''טאמאס'' וועלן נאך אלס זיין כשר, און זיי האפן צו  האבן א מעגליכע לעזונג אז עס זאל זיך זיי לוינען פינאנציעל צו האבן מער כשר'ע ברענס און דער צוקונפט.

בימבאו-יו-עס-עס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל