ביי אַ חנוכה פייערונג אָפּגעהאַלטן דורך אַ לאָקאַלע לינקע אידישע גרופּע אין קווינס, האָט די דעמאָקראַטישע קאָנגרעספרוי אַלעקסאַנדריע אַקעסיע-קאָרטעז, אויפגעדעקט אַז זי שטאַמט פון אנוסים וואָס זענען אַנטלאָפן פון שפּאַניע קיין פּאָרטא-ריקאָ דורכאויס דער תקופה פונעם אינקוויזיציע. זי האָט געזאָגט אַז זי איז דאָס געוואָר געוואָרן דורך נאָכגיין איר פאַמיליע'ס היסטאָריע די פאַרגאַנגענע עטליכע יאָר. קאָרטעז, וועלכער איז אַן אויסגעשפּראָכענע סאָציאַליסט, האָט איבעראַשנד געוואונען די דעמאָקראַטישע פּריימערי עטליכע חדשים צוריק, באַזיגנדיג אַ לאַנג-יעריגן מאַכטפולן דעמאָקראַט דזשאָו קראָולי, און איז היינט גאָר פּאַפּולער ביי די לינקע באַזע פון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי.

די שפאנישע אינקוויזיציע

ווארענונג: פרויען


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל