פאָרשער פון יעיל אוניווערסיטעט האָבן אַנטוויקלט אַ צעמישענדיגע אָפּטישע אילוזיע וואָס באשטעטיגט אז אונזער מענטשליכע נאַטור האט עטלעכע קריאוזע פארדרייענישן.

אלס אַ טייל פון דער ניוראַל קאָראַלאַט סאסייעטי'ס יערליכע אָפּטישע אילוזיע קאָנקורענץ, האבן די יעיל פאָרשערס אַנטוויקלט וואָס זיי רופן די "ווער יאָגט נאָך וועמען?" אילוזיע. אין ענגליש, "Who's Chasing Whom?".

גיבט אַ קוק אין די ווידיאָ וואס די גרופע האט אַנטוויקלט. וואָס זעהט איר די רויטע און בלוי פּינטלעך טוען? אין די ערשטער בליק, זעהט אויס ווי דער רויטע פּינטל לויפט נאך די בלוי פּינטל איבער אַ מאַפּע פון די שטאט טאָקיאָ. נאָך 30 סעקונדעס, טוישט זיך עס און עס זעהט אויס ווי די בלוי פּינטל ליפט איצט נאך די רויטע פּינטל.

אבער וואָס געשעהט טאַקע?

שטעלט זיך ארויס, די פּינטלעך ליפן קיינעם נישט נאך. די אורזאך פאר די אילוזיע איז די באַוועגונג פון די מאַפּע אליינס. די פארשער ערקלערן אַז דורכ'ן ארומריקן די מאַפּע, טוט אונזער מוח פאָפּן אונזערע אויגן צו זעהן ווי די פּינטלעך יאָגן איינער נאך דעם צווייטן.

ווען עס אויס אַז די בלוי פּינטל נעמט זיך פלוצלינג נאכלויפן די רויטע, עס איז אייגענטליך נאָר אַ טויש אין ריכטונג פון די מאַפּע.

נאָך אלץ צעמישט? עס איז גרינגער צו זען ווען די מאַפּע איז אַוועקגענומען. אָהן טאָקיאָ, איר קענען זען אַז די רויטע פּינטל שטייט אויף איין פלאץ (סטעישאָנערי) און די בלוי פּינטל שפרינגט אבי אַרום אָהן קיין ספּעציעלע דירעקציע. גיבט א קוק ביי די ענדע פון די ווידיאָ.

די וויסנשאפטלער זאגן אז דאס איז א מורא'דיגע טובה וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין דעם מענטש, צו קענען זיך אליינס פאָפּן כדי צו קענען רואיגער באהאנדלען און בעסער פארשטיין א סצענע וואס וואלט אנדערש געווען שווער און אויפגערידערט.

נפלאות הבורא!

לעבעדיגע בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל