קאליפארניע - אַ באַוואָפענטע מענטש, אָנגעטאָן אין שוואַרצע קליידער, האָט געעפנט פייער שפּעט מיטוואָך נאַכט אין אַ אָנגעפילטע באַר (שענק) אין טויזנט אָוקס, קאַליפאָרניאַ, אומברענגענדיג גאטש צוועלף מענטשן, אַריינגערעכנט אַ שעריף'ס דעפּוטי וואס איז געקומען צו די סצענע. דער שיסער איז אויך טויט.

די שיסעריי איז געקומען קוים אַ יאָהר נאָך וואס 58 מענטשן זענען אויסגעקוילערט געווארן אין אַ לאַנד מוזיק פעסטיוואַל אין לאַס וועגאַס ווען דער מטורף סטיווען פעדדאק האט געעפנט פייער פון אַ פענסטער אין א הויכע האָטעל צימער. מאנכע האבן געצויגן ענליגקייטן צווישן די צוויי שיסערייען.

בייוואוינער האבן דערציילט אַ כאַאָטישע סצענע אין דער באַר, וואָס איז געווען אָנגעפילט מיט הונדערטער מענטשן, פילע פון ​​זיי סטודענטן: א שיסער עפנט פייער, ערשט אויף אַ זיכערהייט וועכטער, ווי קאָסטומערס וואַרפן זיך אַראָפּ צו די פּאָדלאָגע, באהאלטן זיך אונטער טישן און צעברעכן פענסטערס צו קענען אַנטלויפן.

די ווענטוראַ קאונטי שעריף דזשעף דיען האט געזאגט אַז עס זענען פארהאן "עטליכע אנדערע באטראפענע מיט פאַרשידענע שטאפלען וואונדן". זיין שטימע האט געשטיקט, ער אידענטיפיצירט איינע פון די באטראפענע אלס סארדזשענט ראָן העלוס, וואָס איז דערשאָסן געווארן ווען ער איז אריין אין די געביידע.

"ער איז געשטאָרבן אַ העלד ווייל ער געגאנגען, ער געגאנגען צו ראַטעווען לעבנס, צו ראַטעווען אנדערע מענטשנ'ס לעבן", האט שעריף דיען געזאגט.

ווען אנדערע לאו ענפארסמענט אגענטן זענען אנגעקומען, האט ער צוגעלייגט, איז דער שיסער שוין געווען טויט. שעריף דיען האָט געזאָגט, אַז די אויטאריטעטן האבן נישט "קיין מינדעסטע השגה" צי דאס האָט שייכות מיט טעראָריזם, און עס איז נישט קלאָר אויב ער האָט גענומען זיין לעבן. פּרעזידענט טראמפּ האט געזאגט אויף טוויטער אַז ער איז "פולקאם אינפארמירט איבער די שרעקליכע שיסעריי".

די בלוטיגע שיסעריי אין טאַוזענט אָוקס, אַ שטאָט פון 129,000 מענטשן בערך 40 מייל מערב פון לאס אנדזשעלעס, איז געווען די טויטליכסטע שיסעריי אין דרום קאַליפאָרניאַ זינט 14 מענטשן זענען געהרגעט אין אַ טעראָריסטישע אטאקע אין סאַן בערנאַרדינאָ, קאַליפאָרניאַ, אין 2015.

דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס איען דעוויד לאנג, א וועטעראן פון די יו.עס. מארינס.

מענטשן אנטלויפן מיט'ן לעבן פונעם באר
מענטשן אנטלויפן מיט'ן לעבן פונעם באר

עמורדזשענסי קארס אויך די סצענע
עמורדזשענסי קארס אויך די סצענע

שווער באוואפענטע שעריף
שווער באוואפענטע שעריף

שווער באוואפענטע פאליציי
שווער באוואפענטע פאליציי

לאו ענפארסמענט אגענטן
לאו ענפארסמענט אגענטן

מאפע
מאפע

פרעזידענט טראמפ'ס טוויט
פרעזידענט טראמפ'ס טוויט






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל