פון יוסי געשטעטנער

אסאך מענטשן פריוואט און אזוי אויך אין ביזנעסער, שפענדן ריסאורסעס, צייט און כוחות פאר סאושעל מידיא ספעציעל טוויטער. אבער זייענדיג איינער וואס נוצט שוין טוויטער פאר איבער ניין יאר, סיי צו געבן קאמענטערי אויף די נייעס; סיי האבנדיג א נייעס וועבסייט אין די פארגאנגענהייט און סיי ווען איך ארבעט מיט קלייענטס פאר פאבליק רילעישענס און מארקעטינג, איז קלאר אז סאושעל מידיא בכלל און טוויטער בפרט איז א שאד די צייט אויף א פארנעם וואס איז אומבאשרייבליך.

אויב איינער וויל לייענען אביסל נייעסלעך איז עס אפשר גוט. אויב איינער וויל לאזן הערן א מיינונג איז עס זייער א שוואכע זאך, ווייל א געווענליכע טוויט ווערט געלייענט דורך בלויז בערך פיר פראצענט פון די נאכפאלגערס וואס דו האסט. ממילא אויב דו האסט צען טויזענט פאלאוערס מיינט עס צו זאגן אז לכאורה וועלן פיר הונדערט מענטשן עס זען, און דאס מיינט אויך נישט אז זיי האבן אריינגעלייגט קאפ דערין. עס מיינט נישט אז עס אינטרעסירט זיי וואס דו זאגסט. זיי האבן עס פשוט געזען. נו לוינט דען צו רעדן צו די פיר ווענט.

בנוסף צו דעם, אסאך מאל זאגסטו זאכן וואס דריי, פיר, פינף יאר שפעטער האלטסו שוין נישט וואס דו האסט דעמאלסט געהאלטן אבער עס איז פארט אויף טוויטער. צומאל ווען מען ליינט אלטע טוויטס פארשטייט מען ניטאמאל וואס דו האסט געוואלט ווייל די טוויט האסטו געשריבן אין א צייט וואס עס האט זיך געקאכט א געוויסע נייעס, אבער יעצט קאכט זיך שוין נישט די נייעס. אלזא אויב איז די טוויט נישט געווען גענוג קלאר ארויס געשריבן האט מען איצט נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט. עס גייט ווייטער. די מענטשהייט האלט אין איין טוישן וואס עס הייסט א נארמאלע מיינונג און וואס עס הייסט א קאטראווערסיאלע מיינונג. דאס מיינט אז דיין מיינונג פון פינף יאר צוריק איז מעגליך געווען זייער מעין סטרים און נארמאל, אבער היינט קען עס שוין הייסן קאנטרעווערשעל. אויב אזוי  קענסטו נאר פארלירן פון האבן דיין מיינונג אינדרויסן אויף א פלאטפארמע וואס בשעת'ן שרייבן האט עס דיר גארנישט געברענגט.

אויב ווילסטו ניצן סאשעל מידיא פאר א קוואל צו שיקן מענטשן צו דיין קאמפאני וועבסייט דורך לינקס, איז עס ווערדט נאך ווייניגער. קוים א קליינע צאל מענטשן וואס "זעען" טוויטס, וועלן אויך קליקן אויף לינקס. אלזא לאמיר זאגן האסטו אויפגעבויעט א מאכט פון צען טויזנט נאכפאלגער. נאך אלע געלט און צייט עס צו בויען וועלן א גאר קליינע פראצענט מענטשן זען וואס די שיקסט. און נאך א קלענער צאל וועלן קליקן אויף דיין וועבזייט. שוין אפגערעדט אז רוב קליקערס וועלן גארנישט קויפן ביי דיר. האסט סתם פארשווענדט ריסארסעס.

אויב דו ביסט א קאמפאני וואס האט א נאציאנאלע אוידיענץ, ווי למשל א באנק אדער אן עירליין, דעמאלטס אפשר דארפסטו זיין זייער אקטיוו ווייל דארפסטו קענען רעאגירן צו די אויפגעברויזטע מאסן, און טאקע דאס שטיצט מיין פונקט. סאשעל מידיא איז גוט אז מענטשן קענען אויסגעבן די כעס אויף דיר און אויף דיין קאמפאני, און דו דארפסט גאר האבן סטעף זיך אפגעבן מיט די זאכן און זיך פארענטפערן פשוט עס זאל נישט שעדיגן דיין ביזנעס רעפוטאציע.

די חורבן פון סאשעל מידיא פירמעס איז אויך אז זיי האבן א פאליסי אז זיי קענעם פארשפארן אן אקאוינט פון איין מינוט אויפן צווייטן. זיי האבן נישט קלארע הלכות און רעגולאציעס וואס אויב דו שרייבסט געוויסע זאכן אדער א געוויסע נאמען ווייסטו פון פאראויס אז עס פארלעצט די רולס. עס איז זייער נישט קלאר וואס גענוי הייסט א פארלעצונג. זיי קענען סוספענדירן דייין אקאוינט פון איין מינוט אויפן צווייטן נישט קיין חילוק וויפיל צייט טעג וואכן און חדשים יארן געלט און כוחות בלוט און שווייס דו האסט אריינגעלייגט! און נאכדעם וואס זיי פארשפארן עס איז אפילו נישט דא צו וועמען צו רעדן.

צוליב דעם וואס זיי זענען אזוי אומפארלעסליך און זיי האבן פאליסיס וואס מען קען אפילו נישט געהעריג וויסן צי מען איז אין פארלעצונג דערפון, קען זיין אז זייער מארקעט קאפיטיליזאציע, די ווערדט וואס זיי האבן אויף די סטאק מארקעט, איז געגאנגען פון 14 ביליאן דאלער ארויף צו 36 ביליאן און צוריק צו 21 ביליאן אין ווייניגער ווי א יאר. עס איז זייער נישט קיין סטאבילע נאמבער פאר א קאמפאני צו טריפלען איר מארקעט ווערדט אין די צענדליגער ביליאן אריין און דאן פארלירן האלב דערפון אין א אפשניט פון א יאר! די ציפערן איז נאך פון מיטל אקטאבער; בעפאר אנדערע גרויסע פירמעס האבן געליטן פארלוסטן.

די סך הכל איז אז אויסער אויב מען וויל עפעס ליינען אויף סאשעל מידיא, איז עס פאר רוב מענטשן א שאד די צייט צו שרייבן דארט מיינונגען אדער עס נוצן העפטיג פאר ביזנעס. ביזנעסער דארפן האבן די עטליכע הויפט סארט סאשעל מידיא פירמעס. איינמאל אין עטליכע וואכן עפעס געבן א לייג ארויף עס זאל אויסזען אז מען לעבט און דעטס איט. אלעס מער דערפון איז א שאד די צייט און צומאל אן אקטיווע שאדן אויך. אינטערסאנט איז אז עטליכע חדשים צוריק אין זימער האט מיר איינער אנגערופן אז ער וויל איך זאל קעיר נעמען פון סאשעל מידיא פאר זיין געשעפט. האב איך אים געזאגט אז בעפאר די גייסט שפענדן טויזנט צי צוויי טויזענט א חודש אויף סאשעל מידיא, קום אפשר אריין פאר א מיטינג צו רעדן וואס דיין געשעפט איז; צי עס דארף בכלל סאשעל מידיא און צי עס דארף אפשר אנדערע זאכן אויפצובויען דעם קלייענטל. דער מענטש איז קיינמאל אריין געקומען צו די מיטינג, און עס שטרייכט אונטער א צווייטע טעות אין ביזנעס. א מענטש איז גרייט אויסצוגעבן טויזנטערס אויף סאשעל מידיא אנע דעם וואס ער זאל וויסן צי עס גייט אים העלפן פשוט ווייל די גאס רוישט מיט סאשעל מידיא אבער ער גייט נישט אינוועסטירן די 295 וואס א מיטינג וואלט געקאסט צי זען אויב עס מיינט אים.

וועסטו פרעגן אויב איז עס אזוי שלעכט פארוואס שרייב איך טוויטער? אלס איינער וואס האב פילצאליגע פלאטפארמעס וואו מען הערט פון אים, דינט טוויטער אלס בלויז א סניף. עס פארט שוין מיט אבער באמת איז עס מער שאד די צייט ווי א פארדינסט.




1 תגובות

  1. ר' יוסל, איר האט נאר א זכות קיום צוליב דעם טוויטער צייט פארברעגעניש אייערער. יא עס ברענגט אייך ווייניגער ווי געראכטן און איר וויינט טאקע אז קיינער זאל אייך נישט נאכטאן. אבער איר זענט נעבעך נישט גענוג שטארק צו זאגן אפען אז איר קענט נישט אויפהערן פון אייער טוויטערן אגאנצן טאג. יא איך שעץ אייער אמתער אויפריכטיגקייט. אבער עס איז קיינמאל צו שפעט צו תשובה טאן און אליינס אראפגיין פון טוויטער. איר זאגט אונז מוסר אבער איר אליינס קענט נישט זיך מתגבר זיין אויף אייער אייגענער יצר הרע פון טוויטער. א שאד.

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל