דאנערשטאג איז באריכטעט געווארן, אז דער סטעיט סענאטאר האזיע פאראלטע, וועלכער האט פארטראטן טייל פון קווינס, איז פלוצלינג געשטארבן אין יונגען עלטער פון 47 יאר פון אן הארץ אטאקע, פאראלטע האט א לאנגער רעקארד אין ניו יארקער פאליטיק, און איז געווען קודם אן אסעמבלי מיטגליד פאר אכט יאר און אין 2010 איז ער ערוועלט געווארן צום סענאט, אין די לעצטע וואלן האט ער פארלוירן אין די פריימעריס און ער האט זיך געגרייט צו ענדיגן זיין טערמין די וואך.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל