אין דער אינדיער הויפטשטאט מומבאי ווערט היינט אפגעצייכנט דער צענטער יארטאג צו די שוידערליכע "דריי טאג פון טעראר" אויף איר הויפטשטאט מומבאי אין וועלכע 166 זענען אומגעקומען, אריינגערעכנט די 6 קדושים אינעם ארטיגן חב"ד הויז.

די טעראר אטאקעס האבן אפגעשטעלט דעם הויפטשטאט און פארכאפט דעם אטעם פון די וועלט, און ספעציעל פון אידן איבער די וועלט, וועלכע האבן נאכגעפאלגט מיט אנגסט די פארכאפונג און מארד פון רבי גבריאל און רבקי האלצבערג הי״ד, און הרב אריה לייבוש טייטלבוים, רבי בנציון קרומאן, יוכבד אורפז און נארמע שווארצבלאט.

דער טעראר אטאקע האט געברענגט שטארקע אנגעצויגנקייט צווישן אינדיע און פאקיסטאן, וועמען אינדיע באשולדיגט אין שטיצן טעראר.


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל