די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת ויצא תשע"ט
די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת ויצא תשע"ט

מיט רבי עקיבא אין ״פוילישע שטיבל״: די הונדערט יעריגע געשיכטע פון דעם שטיבל וואס האט געהאט די ערשטע מקוה אין חרדישן וויליאמסבורג, צו דער פטירה פון לאנגיעריגן גבאי הרה״ח רבי עקיבא בערלינער ז״ל.

די אומבאזינגענע העלדין: הרב אליעזר ראזען שילדערט די אינספירירנדע געשיכטע פון "רויזי נעני", אן עלנדע מיידל וועלכע האט געדינט אלס מאמע פאר צעבראכענע יתומות אין "דאמאנקאש" קינדערהיים אין בודאפעסט נאך דער צווייטער וועלט מלחמה און האט שפעטער ערצויגן דריי קיילעכיגע יתומות אויף דער אייגענער האנט.

א חסיד בארבע כנפות הארץ: פאטאגראפירער ר' מאיר אלפסי שילדערט ווייטער זיינע דראמאטישע באזוכן אין אלע וועלט עקן, פון יעקב'ס ברונעם אין חרן, צום טויער פון גיהנם אין טערקיי ביז א שבת אויפ'ן העכסטן בארג אויף דער וועלט

שרייבער׳ס פּערספּעקטיוו: שרייבער און זשורנאליסט ר׳ אהרן יודא ווייזער פון ׳אידישער ווינקל׳ -- הרב שלום יעקב וואזנער: פארלעשט די שנאה פלאמען! -- פאפירענע עדות: ערשטמאליג-אנטדעקטע בילדער פון ״קריסטאלנאכט״ געקומען צום אויבערפלאך -- מנחם גאלד שילדערט אבזערוואציעס פון דער רבישער חתונה ביי דער יונגסטער טאכטער פון סקאליער רבי שליט״א -- א וואלקן איבער וואשינגטאן: מענדל אונגער איבער פרעזידענט טראמפ׳ס פארגאנענע וואך -- אפענער שמועס מיט טאלאנטפולער בעל מנגן הר״ר אליעזר דוד וויינשטאק איבער זיין נארוואס-אפגעהאלטענע שמחת הכנסת ספר תורה -- הרב שבתי פריעד אין מלמד׳ס מחשבות: האט איר שוין געמאכט דעם טעלעפאן רוף? -- מאנומענטאלע מאמענטן: דער געיעג צום שפיץ וועלט -- און נאך אין די קביעות׳דיגע קאלומס!


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל