די אייגענטומער פון די מעגאַ מיליאָנס לאָטערי בילעט ווערט איינס און א האַלב ביליאָן דאָלער, איז נאָכנישט אַפירגעקומען צו אָפּנעמען זיין געוואונס אָדער כאָטש צו ווייזן זיין פנים, 22 טעג נאָך די אַרויסציאונג, און יענער לויפט אויס פון צייט!

סעט עלקין, וואָרטזאגער פאר מערילאַנד לאַטערי, האָט נעכטן געזאָגט אַז דער מענטש וואָס געקויפט דעם בילעט אין אַ סימפּסאָנוויל קעי.סי. מאַרט, דרום קאראליינע איז נאָך אַלס אַ מיסטעריע. דער געווינער האט 180 טעג צו אָפּנעמען די פרייז, וואָס שטעלט די לעצטע געלעגנהייט צו דעם קומענדיגע 21'סטע אפריל. יענע בילעט האט געהאט די גליקליכע נומערן 5, 28, 62, 65, 70, און 5. אויב דער אקטאבער'ס געווינער קומט נישט פאָדערן די געלט, וועט די געלד צוריקגיין אין די שפיל'ס קאסע, אָדער קען דאס אוועקגעגעבן ווערן צו די דרום-קאראליינע אַנטוויקלונג פראגראמען.

1.5 ביליאן דאלערדיגע מעגאַ מיליאָנס לאטערי

באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל