א ניו דזשערזי פּאָרל און א היימלאָזער וועטעראַן וואס האבן געכאפט אינטערנאַציאָנאַלע אופמערקזאַמקייט און לויב פאַר זייער הארציגע חסד, זענען ארעסטירט געווארן פאַר שווינדל, אין אַ אומערווארטעטע חידוש אַ יאָהר-לאנגע געשיכטע פון ​​גוטהארציגקייט וואס האט זיך שלעכט אויסגעלאזט.

די פארפאלק האבן אנגעהויבן אַ גאָו-פאָנד-מי (GoFundMe) קאַמפיין פאַר דזשאַני באַביט פאריגע יאָהר נאָכ'ן מיטטיילן א געשיכטע ​​וויאזוי ער האט מכלומריש אוועקגעגעבן זיין לעצטע צוואנציג דאלער צו העלפן א פרעמדע פרוי ווען איר קאר איז אויסגעלאפן פון גאַז. אלס הכרת הטוב, האט זי - מכלומריש - באשלאסן צו אויפטרייבן געלד אים צו העלפן ארויסצוזעהן פון זיין מצב, און אנהייבן נאכאמאל א נארמאלע לעבן.

די שנאר אקציע איז געווען זייער דערפאלגרייך, אויפטרייבענדיג איבער $400,000 פון איבער 14,000 ביישטייער פון איבער די וועלט. אבער די שיינע געשיכטע האט געשווינד אנגעהויבן צו צופאלן אין אַ קריגעריי איבער די געלט. און איצט זאגט דער פּראָקוראָר סקאַט קאפינא אז עס איז געווען אַ פוסטע שווינדל פון אָנהייב אָן.

לויט קאפינא, האט די פרוי געטעקסט אַ פריינד ווייניגער ווי אַ שעה נאָכדעם וואס די גאָו-פאָנד-מי קאַמפיין האט זיך אנגעהויבן, און דערציילט אז די געשיכטע איז "אינגאנצן אויפגעמאַכט." זי איז קיינמאל נישט אויסגעלאפן פון קיין גאַז אויף די איי-95 רעמפּ און מר. בּאַבּיט האט קיינמאל נישט פאָרגעשלאָגן זיינע לעצט פרוטות איר צו העלפן. אין די טעקסט מעסעדזש, האט פרוי מעקקלור געשריבן צו איר פריינד צו "ששש וועגן דעם אויפגעמאכטע מעשה", האט קאפינא געזאגט.

מר. בּאַבּיט האט אנגעקלאגט די פארפאלק צוויי מאנאטן צוריק, טענה'דיג אז זיי האבן מיסברויכט די פאנדן, נומענדיג די נדבות פאר פּערזענליכע געברויכן, צו באצאלן א שוואוילטאג לעבן, וואס צוויי פשוט'ע ארבעטער וואלטן אנדערש זיך נישט געקענט ערלויבן. א ריכטער האט פארלאנגט צו וויסן, אונטער א שבועה, ווי די געלד איז געגאנגען.

די פארפאלק האט דערווייל געשליסן א בוך דיעל, צו שרייבן איבער די דאן-געשעצטער גוטהארציגע אקט. די בוך האט געדאפט הייסן "קיין גוטע אקט"

יעדער זייַט געגעבן פאַרשידענע אַקאַונץ ווי צו וואָס געטראפן צו די געלט. Bobbitt's attorney said he'd only been given $ 75,000 but the couple insisted they had given him $ 200,000. גאָפונדמע געזאמלט $ 30,000 אין פיז. אין פרי סעפטעמבער, די פּאָר 'ס היים איז געווען ריידיד דורך ינוועסטאַגייטערז וואס אויך סיזד זייער במוו.

גאָו-פאָנד-מי האט געזאגט אַז זיי וועלן צוריקצאָלן געלט צו די ביישטייער.

גאָו-פאָנד-מי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל