ויהי ערב ויהי בוקר יום חמישי!

פאַקס ניוז האט נישט גע'טוויט'ד פאַר עטליכע טעג, אין פּראָטעסט קעגן די וועג טוויטער האט באהאנדלט דאס ארויסשטעלן איר האָוסט טאָקער קאַרלסאָן'ס אַדרעס אויף די סאָשעל מידיא פּלאַטפאָרם.

קאַרלסאָן, וואָס איז דער האָוסט פון פאַקס' "טאָקער קאַרלסאָן טונייט" און האט געהאלפן גרינדן "די דעילי קאָלער", איז געצילט געווארן דורך אַ ראדיקאלע לינקע אַנטיפאַ-פארבונדעטע פראטעסט פאריגע וואָך. מיטגלידער פון "סמעש ראַסיסם די.סי." האבן זיך פארזאמלט אַרום קאַרלסאָן'ס היים לעצטע וואָך און האבן געשריגן סטראשענדע סלאגען, ווי "טאָקער קאַרלסאָן, מיר וועלן קעמפן! מיר וויסן ווי דו שלאָפסט ביינאַכט!"  די גרופע האט אויך באשפריצט אַ סימבאָל אויף קאַרלסאַן'ס דרייוו-וועי, און אזוי שטארק געזעצט אויף זיין טיר אַז קאַרלסאַן'ס פרוי האט געמיינט אז איינער ברעכט איין אין די דירה.

פּאָליציי פארשן דעם אינצידענט אלס אַ מעגליכע האַסע פאַרברעכן.

אויף זייער טוויטער אקאונט, האט "סמעש ראַסיסם די.סי." אַרויפגעשטעלט ווידיאָס פון זיך וויאזוי זיי רודפ'ן קאַרלסאָן'ס פאציליע און אויף געוויזן אַ בילד מיט קאַרלסאָן'ס היים אַדרעס. די טוויט איז פארבליבן אויף די פּלאַטפאָרם פאַר עטליכע שטונדע ביז טוויטער האט עס פארמעקט נאך גרויס קריטיק. פאַקס ניוז האט שוין נישט גע'טוויט'ד זינט דאנערשטאג, דעם אכטן נאוועמבער, וואָס מענשטן פון די נעטוואָרק זאָגן איז אין פּראָטעסט פון טוויטער'ס שוואכע ענטפער צו די קאַרלסאָן טוויט.

מעט דראָדזש האט אויסגעליידיגט זיין טוויטער אקאונט
מעט דראָדזש האט אויסגעליידיגט זיין טוויטער אקאונט

פאַקס ניוז האט שוין נישט גע'טוויט'ד זינט דאנערשטאג
פאַקס ניוז האט שוין נישט גע'טוויט'ד זינט דאנערשטאג

סקאַט גוסטין: פעיסבוק האָט עס בעסער באַהאַנדלט
סקאַט גוסטין: פעיסבוק האָט עס בעסער באַהאַנדלט



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל