ספּעיס עקס האט באקומען אין מערץ ערלויבעניש פון די עף.סי.סי. ארויסצושיסן 4,425 סאַטעליטן אין ספעיס פאר זייער געפלאנטע אינטערנעט סיסטעם, אבער די עף.סי.סי. האט נישט געוואלט ערלויבן די 2טע פאזע פון 7,518 סאַטעליטן וואס ספעיס עקס האט געוואלט ארויסשיקן, צוליב'ן זארג איבער צופיל "ספּעיס זשאָנק" וואס דאס קען אנמאכן.

"ספּעיס זשאָנק" איז שוין יעצט א ערנסטע פראבלעם מיט וואס מען דארף זיך ספראווען. ווען מען שיסט ארויף א ראקעט דארף מען אכטונג געבן עס זאל זיך נישט אנשטויסן אין א אומקאנטראלירטע שטיק ברוכווארג וואס איז איבערגעבליבן פון א אויסגעדינטע סעטעלייט א.ד.ג. שוין געווען אמאל ווען די אסטראנאטן אין די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע זענען פארארדענט געווארן צו בלייבן אינעווייניג אין די סטאנציע, ווייל א שטיקל זשאָנק איז געפלויגן נאנט צו די סטאנציע. צומאל האט שוין א "ברעקל" פון אייזן אריינגעקראכט און איבערגעלאזט א שפאלט אין די גלאז ביי די ספעיס סטאנציע (זעה בילד).

לעת עתה איז דא ארום 3,700 סאַטעליטן אין די ספערן, 2,600 פון די סאַטעליטן זענען מער נישט אקטיוו, איצט לאמיר זיך פארשטעלן אויב וועט ספעיס עקס ארויסשיסן א דראמאטישער צאל פון 12,000 פרישע סאַטעליטן, דאס מיינט אז זיי ווילן ארויסשיסן אין די קומענדיגע פאר יאר בערך 3 מאל מער סאַטעליטן פון וויפיל די וועלט האט שוין ארויסגעשיקט זינט רוסלאנד האט ארויסגעשיקט דעם ספוטניק אום אקטאבער 1957 למספרם. נו, אויב האט מען שוין געהאט פראבלעמען מיט ספּעיס זשאָנק ביז יעצט, וואס וועט שוין זיין ווען די צאל סאַטעליטן וועט זיך פארטריפלען?!

און אז די עף.סי.סי. האט נישט מסכים געווען, קען ספּעיס עקס נישט פארגיין מיט זייערע פלענער. וואס טוט מען? ספּעיס עקס האט געטוישט זייערע פלענער צו האלטן די סאַטעליטן ביי א נידריגן ארט אין ספּעיס, אנשטאט האלטן די סאַטעליטן ביי א הייעך פון ארום 745 מייל, וועלן זיי עס האלטן ביי א פיל נידריגערע הייעך פון ארום 325 מייל. די אויפטוה איז אז אויב עס שטארבט אפ ווען עס איז הויך 300 מייל פאלט עס שנעל אריין אין די ערד'ס אטמאספערע, און עס ווערט פארניכטעט שנעלערהייט, משא''כ אויב זיי געפינען זיך זייער הויך, דאן קענען זיי זיך ארומדרייען דארט פאר לאנגע יאהרן, אנשאפנדיג פראבלעמען פאר די גאנצע ספּעיס אינדוסטריע.

היינט האט ספּעיס עקס באקומען די פרייליכע נייעס אז די עף.סי.סי. האט אנגענומען די נייע פלאן, און האט באשטעטיגט זייער נייע פלאן, געבענדיג די ערלויבעניש ארויפצושיקן די דראמאטישע צאל פון 12,000 סאַטעליטן.


א געשפאלטענע גלאז ביי די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע
א געשפאלטענע גלאז ביי די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל