ביי א צערעמאניע צו אפצייכענען די ענדע פונעם ערשטן וועלט קריג, האט דער פראנצויזישער פרעזידענט עממאנועל מאקראן ווידער אונטערגעשטראכן זיין אמביציע צו אויפבויען א פאראייניגטע אייראפעאישע ארמיי, זאגנדיג אז מען קען זיך מער נישט פארלאזן בלויז אויף אמעריקע און נאטא.

ביים ענדע פונעם צווייטן וועלטס קריג האט אמעריקע אויפגעשטעלט נאטא אלס א פאראייניגטע בלאק צו באקעמפן די סאוויעטן, און די אייראפעאישע לענדער האבן נישט קיין אייגענע שטארקע מיליטער נאר זיך פארלאזט אויף נאטא פאר זייערע פארטיידיגונג געברויכן. אבער אין די לעצטע צוויי יאר, האבן עטליכע אייראפעאישע פירער אנגעהויבן רעדן פון בויען א אומאפהענגיקע מיליטערישע אליאנץ, פון בלויז אייראפעישע לענדער.

מאקראן האט דאס אויפגעברענגט אין ליכט פון די לעצטע שריט פון פרעזידענט טראמפ זיך צו ארויסציען פונעם מיסיל אפמאך מיט רוסלאנד, א זאך וואס האט געברענגט רוסלאנד צו דראען אז זי וועט אטאקירן אייראפע. מאקראן האט געזאגט ״איך רעספעקטירט אמעריקע און איך רעספעקטיר רוסלאנד, אבער אייראפע קען מער נישט זיין אפהענגיק אין אמעריקע׳ס טובות״. ער האט אויך געזאגט, ״מיר דארפן זיך קענען באשיצן פון רוסלאנד, און אפילו פון אמעריקע, אויב עס פעלט זיך אויס״. דער געדאנקט האט טיילווייזע שטיצע פון אנדערע אייראפעאישע לענדער. די דייטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל האט שוין אויסגעדריקט איר שטיצע דערפאר, אבער געוויסע אייראפעאישע לענדער זענען דערקעגן צוליב די גרויסע פינאנציעלע לאסט וואס דאס וועט לייגן אויפ׳ן אייראפעאישן פאראיין.

דער פראנצויזישער פרעזידענט עממאנועל מאקראן


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל