וואשינגטאן - עס איז געווען פונקטליך 9:31 ווען טראמפ'ס ליבליכע פאקס ניוז האט געמאלדן די רעזולטאט וואס דער פרעזידענט האט נישט געוואלט הערן: די דעמאָקראַטן וועלט כאפן קאָנטראָל פון די רעפרעזענטאטן הויז.

עס איז געווען נישט אַזאַ בלויע כאוואַליע ווי געוויסע האבן צוגעזאגט, אָבער גענוג דיסטריקטען האבן געטוישט בלוי צו ענדיגען די רעפובליקאנער פולקאמער קאָנטראָל איבער וואַשינגטאָן, אפצייכענענדיג אַ נייע קאפיטעל אין די טראמפּ פרעזידענטשאפט.

צו גיסן זאלץ אויף זיינע האקעלע וואונדן, וועט די מידיא מארגן מעלדן די רעזולטאטן, אויסגעשטעלט אלס א התנגדות איבער די טראמפ מלוכה. אבער ער איז זיך אליינס שולדיג, אמער ער האט די לעצטע טעג כסדר איבערגעזאגט אט די ווערטער, "די מידטורם וואלן איז ווי איך אליינס לויף! שטימען פאר די רעפובליקאנער, הייסט א שטימע פון מיר!"

דעמאקראטן געוואונען הויז


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל