דער פרעזידענט ווערט שוין לאנג באשולדיגט דורך זיינע קעגנער אויף די לינקע זייט אז זיינע רעטאריק שפיגלן אפ א נאציאנאליסטישע און מעגליך פאשיסטישע אגענדע, און נעכטן האט דער פרעזידענט ביי א ראלי באשלאסן צו אקעצפטירן דעם טיטל אנשטאט עס אפווארפן.

ער האט געמאכט דעם קאמענטאר נאכ׳ן אראפרייסן "די גלאבאליסטן" אלס אומגעטריי צו זייער לאנד, און אז זיי לייגן די אינטערעסן פון די וועלט פאר די אינטערעסן פון זייער אייגענע לאנד, און האט זיי אראפגעריסן אלס ״קארופטירטע, מאכט-הונגעריגע גלאבאליסטן״.

ער האט דאן געזאגט "איר ווייסט וואס, דאס ווארט איז אביסל ארויס פון די מאדע, און מיר נוצן שוין נישט דאס ווארט. אבער איר ווייסט וואס איך בין? איך בין א נאציאנאליסט!" און די צענדליגע טויזנטער פארזאמלטע האבן אים הילכיג אפלאדירט, און אויסגעבראכן מיט צווישנרופן ״יו-עס-עי.. יו-עס-עי…״

דער דעפעניציע פון נאצינאליזם, איז עמיציר וואס אדוואקאטירט פאר די זעלבסשטענדיגקייט פון זיין לאנד. אבער עס ווערט היינט גענוצט צו באצייכענען עלעמענטן וועלכע טוען אין נאמען פון פאטריאטיזם פיינט האבן פרעמדע, האסן אימיגראנטן אדער אפילו אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן אן אנדערע הויט-קאליר. דער פרעזידענט האט אין זיין סטעיטמענט געמיינט צו זאגן, אז נאציאנאליזם האט אויך א פאזיטיווע עלעמענט, אבער זיין דעקלעראציע איז אויפגענומען געווארן מיט געמישטע געפילן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל