א פליגער האט געקראכט און אויפגעפלאקערט אינמיטן די פארנומענע "101 פריוועי" שאסיי אין דרום קאליפארניע, היינט דינסטאג, אפשטעלענדיג די טראפיק אויף ביידע זייטן. די עקסידענט האט פאסירט בערך 1:50 נאכמיטאג, אין אַגאָורע היללס, און די אורזאך פון די עקסידענט איז דערוויל נישט קלאר.

די פייער באאמטע האבן ארויסגעראטעוועט דעם געשטראנדעטע פילאט, וואס האט געפירט דעם פארצייטישע "פאָרני עף-1", ענליך צו די קריגס פליגערס וואס די נאציס ימ"ש האבן גענוצט ביי די צווייטע וועלט'ס קריג.













קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל