ברוקלין - א ווילדע קאַטשקע געיעג האט אויסגעבראכן צווישן א ווילדע סוואַן און צענדליגע פאליציי אפיצירן אין מיל בעיסן, נאכדעם וואס דער קאַטשקע האט זיך באזעצט אויף די ראוד צווישן די קאַרס און אפגעשטעלט די פאַרקער.

די קאמישע געשיכטע האט זיך אנגעהויבן די וואך מאנטאג פיר אזייגער נאכמיטאג, ווען די קאַטשקע האט ערשט ארומשפאצירט עטליכע גאסן, פאר'ן זיך ענליך אראפזעצן און זיך באקוועם מאכן אינמיטן וועג.

די אפיצירן ווערן געזעהן אין די ווידיאס ווי זיי מוטשענען זיך אריינצוכאפן די קאַטשקע אין א שטייג, באנוצענדיג זיך מיט ראיאטן געצייג און א פאנצער.

ען.וויי.פי.די. פירט קריג מיט א קאַטשקע




באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל