א אומגעווענליכע לוויה איז פארגעקומען דעם חול המועד אין אידיאנאפאליס אינדיאנא. דער לוויה איז געווען פאר די איבערבלייבענישן פון א אידישער זעלנער וועלכער איז אומגעקומען מיט באלד 70 יאר צוריק אינעם קארעאר קריג, און זיין געביין איז אידענטיפיצירט געווארן א דאנק פארגעשריטענע די-ען-עי טעכנאלאגיע. דער זעלנער מאריס משולם איז געווען 19 יאר אלט ווען ער איז געשטארבן אין קארעאר געפענגעניש אין 1951, און ער איז הערשט יעצט געקומען צו קבר ישראל כהלכה אינעם בית עולם עץ חיים אין די שטאט אינדיאנאפאליס וואו ער האט געוואוינט. ביי די לוויה האבן זיך באטייליגט זיין פאמיליע און פארשטייער פון די מיליטער, אינאיינעם מיט פולע בני הקהלה.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל