באריכטן זאגן אז טערקישע אויטאריטעטן נישטערן א וואלד נעבן איסטאנבול וואו זיי גלייבן אז די סאודישע מערדער פון זשאמאל קאשוגי האבן באהאלטן זיין טויטן קערפער, אנדערש ווי מען האט פריער געגלייבט אז זיי האבן עס מיטגענומען קיין סאודי אראביע. דאס איז באזירט אויף זיכערהייטס קאמערעס, וועלכע צייגן אז די סאודישע גרופע וואס האט אים אומגעברענגט איז דאן געפארן צו דעם וואלד, פאַר׳ן זיך אומקערן קיין סאודי אראביע.

אין אנדערע נייעס איז היינט אפירגעקומען א באריכט, וועלכע זאגט אז די טערקישע אויטאריטעטן האבן מיטגעטיילט מיט׳ן אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו א רעקארדירונג פון אינעווייניג אינעם אמבאסאדע, ווי מען הערט די קאנפראנטאציע צווישן קאשוגי און זיינע מערדער, און לויט די באריכטן איז ער געפייניגט געווארן אויף א שרעקליכן פארנעם פאר ער איז אומגעברענגט געווארן.

פרעזידענט טראמפ האט אויך נעכטן געטוישט זיין טאן איבער דעם קאשוגי מארד, און האט געזאגט אז ער גלייבט אז קאשוגי איז טויט... ער האט עס באצייכנט אלס גאר טראגיש, און פארשפראכן אז סאודי אראביע וועט צאלן א פרייז פאר דעם מארד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל