נעכטן האבן די אויטאריטעטן אין טערקיי ארויסגעגעבן זייער ערשטע באריכט איבער׳ן אויספארשונג ארום די פארשוואונדונג פונעם סאודיער אנטי-רעזשים זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי, וואס איז ווי עס שיינט אומגעברענגט געווארן אינעם סאודיער אמבאסאדע געביידע אין איסטאנבול. דער באריכט דעטאלירט די די אידענטיטעט פון 15 סאודיער בירגער וועלכע זענען געקומען קיין טערקיי אינעם טאג פונעם מארד, און צווישן זיי געפונען זיך הויכראנגיקע רעגירונג ארבייטער און זיכערהייטס אגענטן, און עטליכע מיט פערזענליכע פארבינדונגען מיט׳ן קרוין פרינץ מוכמאד בין-סאלמען. נאכ׳ן אונטערזוכן דעם סאודיער קאנסולאט נעכטן, האבן טערקישע אויטאריטעטן געזאגט אז זיי האבן געפונען ״קלארע באווייזן״ אז קאשוגי איז ערמארדעט געווארן, און זיי האבן אנגעגעבן דעם נאמען פון א פאטאלאג וואס איז ספעציעל אראפגעקומען קיין טערקיי צו העלפן מיט׳ן מארד, און ער איז נאנט פארבינדען צום קרוינפרינץ מוכמאד בין סאלמען.

אין די זעלבע צייט האט פרעזידענט טראמפ נעכטן ווידער פארטיידיגט די סאודיער רעזשים, זאגנדיג אז ער גלייבט אז די פירער אין סאודי אראביע זענען נישט געווען פערזענליך פארמישט אינעם מארד, און האט געזאגט אז די באשולדיגונגען אויפ׳ן סאודיער קרוין זענען אזוי ווי די אטאקעס קעגן ריכטער קאוואנאו.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל