די צוויי רוסישע בירגער וועמען די בריטישע אויטאריטעטן האבן אידענטיפיצירט אלס די רוסישע שפיאנען וועלכע זענען געשטאנען אונטער דעם גיפט-אטאקע אין סאליסבורי פאריגן מערץ, זענען ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט און קאטעגאריש אפגעלייקנט דעם באשולדיגונג.

רוסיאן באשיראוו און אלעקסאנדער פעטראוו זענען נעכטן ערשינען אויף דעם רוסישן קרעמעלין-פינאנצירטע טעלעוויזיע נעץ "רוסלאנד טודעי", און האבן זיך באקלאגט אז זיי שטייען אויס א ״קאשמאר״ זינט בריטאניע האט פארעפנטליכט זייער אידענטיטעט, און אז זיי זענען אייגענטליך בלויז אומשולדיגע טוריסטן וועלכע האבן נישט קיין שום פארבינדונגען צום רוסישן שפיאנאזש אגענטור.

ווי באריכטעט, האט בריטאניע פארעפנטליכט ווידיאס פון זיכערהייט קאמערעס, ווי מען זעט אז זיי זענען געקומען קיין סאליסבורי צוויי טעג נאכאנאנד, אבער די צוויי זאגן אז עס האנדלט זיך פון א "טאטאלע צופאל" אז זיי האבן זיך דארט געפונען אין די טאג פון די אטאקע, און אז זיי האבן נישט געהאט קיין אהנונג ווער סקריפעל איז. אויף די פראגע וואס זיי האבן געזוכט אין א פארשטופטן ארט ווי סאליסבורי צוויי טעג נאכאנאנד, האבן זיי געענטפערט אז די ארטיגע ארכיטעקטורישע קירכע האט געצויגן זייער נייגער, און אז זיי זענען צוריקגעגאנגען א צווייט מאל וויבאלד ביים ערשטן מאל איז געווען א שווערע וועטער.

זיי זענען ערשינען אויף טעלעוויזיע, בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס פוטין האט אפעלירט צו זיי עפנטליך, אז זיי זאלן ארויסקומען ״ערקלערן״ וואס קומט פאר. אבער אנאליסטן זאגן, אז דאס איז אלעס אן ארקעסטרירטע שפיל צו צומישן און אנזייען אומזיכערקייט איבער דעם געשיכטע, און עס איז גאנץ זיכער אז זיי האבן גארנישט געזוכט אין סאליסבורי אויסער צו דורכפירן דעם אטאקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל