א פארשוין וואס האט די וואך זוכה געווען צו די טיטל פון "די וועלט'ס-נארישטער קרימינאל", האט אריינשפאצירט אין א אי-סיג געשעפט אין דענווער, קאלאראדא, און ווילד ארויסגעשלעפט א גאן פון טאש. אביסל צו ווילד...

ער האט פארלוירן קאנטראל און אראפגעלאזט די גאן, וואס האט זיך געשליידערט צופיס פון דעם קעשיער וועמען ער האט נארוואס געוואלט בארויבן... ווען ער האט באמערקט ווי זי בייגט זיך אראפ צו אויפהייבן די גאן, האט ער געהויבן פיס און אנגעהויבן צו לויפן, אבער נישט פאר'ן האלבוועגס פארלירן זיין הויזן (וואס איז סייווי געווען אויפ'ן וועג אראפ, כמנהגם).
באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל