ווערייזאן האט געמאלדן אז זייער 5-דזשי אינטערנעט סערוויס, וועט זיין גרייט צום באנוץ אום אקטאבער די ערשטער, וואס דאס וועט איר מאכן פאר די ערשטע אמעריקאנער פירמע צו האבן אזא טעכנאלאגיע גרייט פאר די קאסטומער. די דורכשניטליכע שנעלקייט וואס די סערוויס וועט קענען פראדוצירן, וועט זיין צווישן דריי הונדערט מעגאבייטס, און א גוגע-בייט פער סעקונדע, ווענדענדיג ווי ווייט די טעלעפאון וועט זיין פונעם טורעם.

ווערייזאן האט געזאגט אז צום ערשט וועט די סערוויס זיין נאר אין יוסטאן, אינדיאנאפאליס, לאס אנדזשעלעס און סאקראמענטא. ווי אויך האבן זיי געזאגט אז די סערוויס וועט ווערן גערופן 5 דזשי. האָום.

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל