וואשינגטאן - סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא, האט געמאלדן אז אמעריקע האט געלאדענט די צפון קארעא אויסערן מיניסטער פאר נאך א סאמיט אין ניו יארק, נאכדעם וואס זיי האבן צוגעזאגט אז זיי גייען צענעמען זייער גרעסטע נוקלעארע קאמפלעקס, און ווי אויך אז זיי גייען אריינלאזן אינטערנאַציאָנאַלע אינספעקטארס צו זייערע נוקלעארע פאבריקן. פאמפעא האט צוגעלייגט אז די ציהל פון די קומענדיגע סאמיט וועט זיין, צו האבן געענדיגט מיט צפון קאראע'ס נוקלעארע וואפן ביי יאנוואר 2021.

די מעלדונג קומט נאך א סאמיט וואס איז פארגעקומען צווישן צפון און דרום קארעא, ווי עס איז געווארן איבערגעשמועסט די נוקלעארע טעמע.

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל