וואשיגטאן - פרעזידענט טראָמפּ האט - אין א שמועס מיט די וואָל סטריט זשורנאַל - געזאגט, אז די קומענדיגע ציהל פון די טרעיד-קריג וועט זיין צו שניידן די אימפאָרטס פון יאַפּאַן.

טראָמפ האט צוגעלייגט, איך בין זייער נאָנט מיט די יאַפּאַנעזער פּרעמיער מיניסטער שינזאָ אָבעי, אבער די גוטע באציאונגען וועט זיך גאנץ שנעל ענדיגן, ווען איך וועל זיי זאגן וויפיהל עס גייט זיי קאסטן. טראָמפּ האט צוגעלייגט זיין אייביגע סלאָגאַן, אז "אַמעריקע פירסט".

די יאַפּאַנעזער דעפּיוטי פּרעמיער מיניסטער האט צוריק געזאגט, "איך קען נישט פונקטליך די באציאונג צווישן טראָמפ און דער וואָל סטריט זשורנאַל, עס קען זיין אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט, אבער אויב יא, דארפן מיר ביידע טוען וואס איז גוט פאר אונזער לאנד. אויך האט די מיניסטער - וואס איז געשטעלט אויף האנדל צווישן יאַפאַן און אַמעריקע - געזאגט, אז מיר זענען גרייט זיך גרייט אראפצוזעצן מיט אַמעריקע, און איינגיין אויף א אפמאך וואס איז גוט פאר ביידע לענדער.

די מעלדונג קומט געציילטע טעג, פאר טראָמפ גייט זיך טרעפן מיט די יאַפּאַנעזער פרעמיער מיניסטער אַבעי.

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל