אן איינגעשטעלטער אין די אמעריקאנער ארמיי איז אומגעברענגט געווארן, און נאך איינער איז פארוואונדעט געווארן, אין א אינערליכע אטאקע אין מזרח אפגאניסטאן.

דער אמעריקאנער קאמאנדיר פון אפגאניסטאן, סקאט מיללער, האט געזאגט אין א רעדע אין עהרע פון די געפאלענער, "עס איז א טראגישער פארלוסט פאר אלע וואס האבן אים געקענט, און פאר אלע וואס גייען מער נישט האבן די מעגליכקייט אים צו קענען".

די פונקטליכע אינפארמאציע פון די אינצידענט איז נאכנישט באקאנט, אבער עס איז באריכטעט געווארן, אז די  פארוואונדעטער איז א סטאבילע צושטאנד. 

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל