אויב מען וויל אין קורצן אנאליזירן די ניו יארקער פריימעריס, איז דער ערשטער און וויכטיגסטער מעסעדזש, אז ביי די דעמאקראטן, איז דער בעסטער קאמפיין מיטל צו שרייען און פארפירן קעגן פרעזידענט טראמפ. אויך זעט מען אז די וויילער זענען אזוי אויפגערעגט, אז זיי וועלן שטראמען צו שטימען פאר "נייע פנימ'ער" וואס רייסן אראפ די פריערדיגע פאליטישאנס, דעם עסטאבלישמענט. עס שפילט זיך אפ ביי די דעמאקראטן דאס וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי די רעפובליקאנער און אלגעמיין אין לאנד צוויי יאר צוריק, ווען די טראמפ שטארקייט איז געווען, זיין קאמפיין קעגן דעם עסטאבלישמענט. איצט איז ער געווארן דער עסטאבלישמענט, ביי די לינקע עלעמענטן וואס לויפן און קאמפיינען קעגן אים און קעגן זיין ווירטשאפט.

אזוי ווי גאווערנאר קאומא און זיינע מיטלויפער האבן געווינען, און די אויפרעגונג ביי די דעמאקראטישע וויילער האט דערגרייכט צו אזא שטאפל אין ניו יארק סטעיט אז די וויילער האבן "ארויסגעווארפן" עסטאבלישמענט פאליטישאנס איבערהויפט די וואס פלעגן שטימען מיט די רעפובליקאנער, ערווארטן אנאליסטן אז די דעמאקראטן וועלן אפהאלטן א ריזיגן זיג אין ניו יארק אין נאוועמבער, אז זיי וועלן איצט באקומען די מאיאריטעט אויך אין סטעיט סענאט, און מיט מער ווי בלויז איין שטימע פון בלויז מיטגליד, אז קיינער זאל נישט קענען שאנטאזירן די דעמאקראטן ווייל זיי וועלן האבן גענוג א שטארקע מאיאריטעט צו קאנטראלירן דעם סענאט.

דאס וועט ערמעגליכן פאר גאווערנאר קאומא אדורכצופירן מער ליבעראלע און עקסטרעם-לינקע געזעצן, ווייל די רעפובליקאנער וועלן זיין מאכטלאז אין סענאט. ער וועט זיך אפילו קענען אפרעכענען מיט די וואס האבן אים נישט רעספעקטירט דורך פארארדענען א רידיסטריקטינג וואס זאל אפשאפן דיסטריקטן פון די פאליטישאנס פון וועמען ער וויל פטור ווערן!

דער "זיג פון די לינקע" דאנערשטאג, שיקט א שארפן מעסעדזש פאר אלע פאליטישאנס אין ניו יארק סטעיט, און פילייכט אויך איבער'ן לאנד, אז ווילאנג פרעזידענט טראמפ גייט אויף זיין איצטיגן וועג מיט טשעפן און אויפרעגן די מיט וועמען ער איז נישט איינשטימיג, גיט ער פרישע כוחות, העלפט ער מאביליזירן אקטיוויסטן, און פרישע וויילער קומען ארויס צו שטימען אין די מאסן פאר נייע פאליטישאנס וועלכע שטעלן אלס א הויפט ציל פון זייער קאמפיין צו באקעמפן פרעזידענט טראמפ און זיינע פראגראמען.

עס איז נישט קיין סוד אז גאווערנאר קאומא חלומ'ט צו לויפן פאר פרעזידענט. דאס איז א חלום וואס ער האט באקומען בירושה פון זיין פאטער, דער געוועזענער גאווערנאר מאריא קאומא, וועלכער האט קיינמאל נישט געהאט גענוג קוראזש אריינצושפרינגען אין דעם נאציאנאלן קאמפיין. איצט וועט קאומא מוזן באשליסן צי ער וויל טאקע לויפן פאר פרעזידענט אין 2020, ווייל ער לויפט שוין איצט פאר זיין 3'טן טערמין אלס גאווערנאר (קיינער גיט נישט צופיל אויסזיכטן פאר'ן רעפובליקאנער גאווערנאר קאנדידאט מארק מאלינארא צו געווינען איבער קאומא), און עס איז גענוג א זעלטנהייט אז א פאליטישאן זאל ערוויילט ווערן צו א 3'טן טערמין, אז עס איז כמעט אוממעגליך צו באקומען א 4'טן טערמין. זיין פאטער מאריא האט פארלוירן צו דעם "פרישן" רעפובליקאנער סטעיט סענאטאר דזשארדזש פאטאקי ווען מאריא האט געוואלט א 4'טן טערמין.

גאווערנאר נעלסען ראקעפעלער האט עס יא באוויזן, ער האט געווינען א 4'טן טערמין א 50 יאר צוריק, אבער אויך ער האט אפגעטרעטן פאר'ן ענדע פונעם 4'טן טערמין. ממילא ווייסט ענדרו קאומא אז איצט איז געקומען די צייט פאר אים ערנסט צו באטראכטן און באשליסן צי ער וויל לויפן פאר פרעזידענט.

אין זיין גאווערנאר קאמפיין האט ער זיך געלערנט פון פיר יאר צוריק וואס דאן האט ער איגנארירט זעפיר טיטשאוט וועלכע איז געלאפן קעגן אים אין די פריימערי אין וואס זי האט געווינען ארום א דריטל פון די שטימען. היי יאר האט קאומא נישט איגנארירט ניקסאן, ער האט אפילו איינגעשטימט אויף איין דעבאטע מיט איר. קאומא האט אויסגעגעבן איבער 16 מיליאן דאלאר אויפ'ן קאמפיין, ווען ניקסאן האט נישט געהאט אויסצוגעבן מער ווי 5.2 מיליאן דאלאר. קאומא האט געקענט קויפן רעקלאמעס וואס וועלן לויפן אין די זעלבע צייט אין די גאנצע סטעיט, ניקסאן האט נישט געהאט אזא לוקסוס, האט זי זיך מער באגענוגנט מיט אינטערנעט רעקלאמעס, א.ד.ג. רוב פון אירע קאמפיין ביישטייערונגען איז געקומען פון קליינע ביישטייערער, האט זי געוואלט מאכן דערפון א "מעלה", אז זי איז נישט פארקויפט פאר די גרויסע ביזנעס אינטערעסן, פאר די רייכע לייט. דאס האט איר אבער נישט געהאלפן אניאגן און באזיגן קואמא.

כאטש קאומא האט געווינען בלויז מיט ארום די זעלבע פראצענט מערהייט ווי פיר יאר צוריק, מוז דאס אבער באטראכט ווערן ווי א מאכטפולער זיג פאר אים ווייל דער ניקסאן קאמפיין איז געווען פיל שטארקער ווי די טיטשאוט קאמפיין פון פריער. אויך קומט קרעדיט פאר קאומא אז עס האבן געווינען די אנדערע קאנדידאטן וואס זענען געלאפן מיט אים, אזוי ווי לוטענאנט גאווערנאר קעטי האקול וועלכע האט באקומען ארום 732,000 שטימען, 53.3 פראצענט, צו ארום 641,000 שטימען, 46.7 פראצענט פאר דעם שווארצן קאונסילמאן פון ברוקלין דזשומאני וויליאמס. וויליאמס איז טאקע שטארק געלאפן אין די שטאט, אבער אויסער די שטאט האט מען געשטימט פאר האקול.

עס איז אויך גוט געגאנגען פאר קאומא אז פובליק אדוואקאט לעטישא דזשעימס האט געווינען דעם אטוירני דזשענעראל פארמעסט מיט ארום 579,000 שטימען, איבער 40 פראצענט, ווען טיטשאוט האט באקומען ארום 442,000 שטימען, 31 פראצענט, נאכגעפאלגט פון קאנגרעסמאן שאן פעטריק מעלאני מיט ארום 357,000 שטימען, 25 פראצענט. ארום 49,000 שטימען, 4.3 פראצענט, איז געגאנגען פאר לישיא איוו, א שווארצע פרוי פון אפסטעיט וועלכע איז יארן צוריק
טעטיג געווען אין פאליטישע קאמפיינס.

קאומא האט זיך געלערנט פון זיין קאמפיין אין 2014, אז ער זאל מער אנערקענען די לינקע עלעמענטן, האט ער פארבאטן "היידראפרעקינג" אין ניו יארק סטעיט. דאס איז א פראצעדור ווי אזוי מען גראבט צו זוכן אויל, ווען מען גראבט אראפ טיף אין דער ערד און דערנאך גראבט מען אין די זייטן, גייענדיג זייטנוועג. עס איז א פראצעדור וואס ענווייראנמענטאליסטן באקעמפן, האט קאומא זיי באפרידיגט מיט פארבאטן דעם פראצעדור אין ניו יארק. ער האט אויך אפעלירט צו די לינקע עלעמענטן מיט זיין בארימען זיך אז ער האט געהעכערט דעם מינימום לוין צו $15 א שעה.

דער גאווערנאר וועט זיך מוזן רעכענען מיט'ן וואל אויסגאנג אין נאוועמבער, צו זען ווי אזוי די נאציאנאלע געפילן גייען איצט, צי גאנץ אמעריקע ווערט גענויגט מער אויף לינק און מיט אזא אימפעט ווי מען האט געזען אין ניו יארק, אדער פילייכט וועט מעסיגקייט דאמינירן. אזוי וועט קאומא באשטימען זיין גאווערנאר ווירטשאפט אויף ווייטער, מיט איין אויג אויף די נאציאנאלע פאליטישע מאפע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל