נעוואדא - א שיסעריי איז פארגעקומען אין א הויעך שולע אין לאָס וועגאַס, ווען א פארשוין איז אריינגעקומען אין די שולע געביידע דינסטאג 2:40 נאכמיטאג, און צוגעגאנגען צו די צימער ווי די קינדער האבן דעמאלטס פארברענגט אלס א טייל פון נאך שולע פראגראם און גלייך אנגעהויבן צו שיסען.

איין אכצן יעריגע אינגל איז שווער פארוואונדעט געווארן, און איז אומגעקומען פון זיינע וואונדן. שפעטער האט די פאליציי געטראפן נאך א פארוואונדעטע וואס האט באוויזן צו אנטלויפן און זיך באהאלטן אונטער א צוים אין די הויף.

דערווייל גיבט די פאליציי נישט ארויס די נאמען פון ווער עס האט איבערגעלעיבט, אבער די אויספארשער האבן פארשפראכן צו ברענגען די שולדיגע צו יוסטיץ.

בילד

עקסקלוסיווע באריכט צו אידישע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל