א גערעגטער מוזיק ליבהאָבער, איז געשאסן געווארן דורך א דעפּיוטי שעריף אינדרויסן פון א "אייס קיובּ" קאנצערט, ביי די "דעל מאַר" אין סאַן דיעגאָ.

דער מאן איז צוגעגאנגען צו די טיקעט בודקע בערך 6:40 נעכטן נאכמיטאג, און פארלאנגט צו קויפן א בילעט פאר די מוזיק שאָו, אבער זיי האבן אים געזאגט אז עס איז אויספארקויפט. נאכ'ן זין ארום'טענה'ן מיט די ארבעטער, זענען עטליכע דעפּיוטיס צוגעקומען און אים קאנפראנטירט. דער פארשוין האט דאן ארויסגעצויגן א סעמי-אויטאמאטישע גאן, און אויסגעשאסן. לויט טייל האט ער אריינגעשאסן אין די געזעמל פון מענטשן, און לויט אנדערע האט ער ארויפגעשאסן אין די לופט.

די דעפּיוטיס האבן דאן צוריקגעשאסן, אנטרעפענדיג דעם פארשוין. ער איז אריינגעפירט געווארן צו די סקריפס מעמאריעל שפיטאל אין לאַ יאָליאַ, אין א אומבאוואוסטע צושטאנד. קיין איינער אויסער אים איז נישט פארוואונדעט געווארן פון די אינצידענט.




בילד

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל