ירושלים - די מדינת ישראל פאליציי האט געעפנט א דרינגליכע אויספארשונג, נאכדעם וואס מער ווי צוויי טויזנט היימישע אידן וואס האבן געמאכט פלענער צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זענען אריינגעכאפט געווארן אין א פאלשע טיקעט שווינדל. עס זעהט אויס, ווי איבער א מיליאן דאלער ווערט פון פארקויפטע טיקעט, זענען געווען פאלש.
די אויטאריטעטן האבן אנגעהויבן אריינצוקוקן אין די פראבלעם, נאכדעם וואס צוויי מענטשן האבן זיך אפגערעדט אז זיי האבן באצאלט $635 פאר יעדע טיקעט צו "אירופנים", און זענען געמאלדן געווארן געווארן דורך די לופטליניע א טאג פאר די פלייט, אז זייערע טיקעסט זענען גארנישט ווערד און אז זיי קענען נישט צוריקבאקומען זייערע געלד.
די צוויי הויפט פארדעכטיגטע, די צוויי 29-יעהריגע בעלי בתים פון די אירופנים (Europnim) פירמע, זענען זונטאג ארעסטירט געווארן. א דריטער איז ארעסטירט געווארן מאנטאג אין די בן גוריון לופטפעלד, פרובירנדיג צו אנטלויפן פון לאנד.
איינע פון די באשולדיגטע, איז שמואל אהרן ווייס וואס לויפט אויף א צדקה ארגאניזאציע "מכל הלב" מיט המלצות פון גדולי ישראל. א צווייטער איז שמעון קאסטאניטער.
👈 זעהט נאך עקסקלוסיווע בילדער

הוסף רשומת תגובה