וויליאַם עוואַנינאַ, די אַמעריקאַנער קאָונטער-אינטעלידזשענס הויפּט, האָט געזאָגט אַז אינטעלידזשענס און לאָו-ענפאָרסמענט האָבן באַאַמטע געזאָגט פאַר לינק'ד-אין, אַ ביזנעס-באַזירטע סאָשעל מידיאָ וואָס געהערט פאַר מייקראָסאָפט, איבער כינע'ס סופּער-אַגרעסיווע העק אַרבעט אויף די וועבסייט.

דייטשע און בריטישע אויטאָריטעטן האָבן שוין געוואָרענט זייערע בירגער אין די פאַרגאַנגענהייט אַז בעידזשינג נוצט לינק'ד-אין צו פאַרשאַפן שפּיאָנען. כינע'ס אויסערן מיניסטעריום האָט אָפּגעלייקנט עוואַנינאַ'ס באַשולדיגונג אין אַ סטעיטמענט, זאָגענדיג "מיר ווייסן נישט וואָספאַראַ באַווייזן די אַמעריקאַנער באַאַמטע פאַרמאָגן צו מאַכן אַזאַ מסקנא; וואָס זיי זאָגן, איז אַבי גערעדט".

בילד

באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל