בראַזיל - דער פּרעזידענטליכע קאַנדידאַט יאיר באַלסענעראָ, וואס איז דער פראנט-ראנער אין דער פארמעסט פאר די אקטאבער וואלן אין בראזיל, איז געשטאכן געווארן היינט אינדערפרי.

באַלסענעראָ'ס זוהן האט באשטעטיגט אז זיין טאטע איז געשטאכן געווארן, אבער ער האט געזאגט אז זיין טאטע שפירט זיך גאנץ גוט, און ער האט געבעטן אז מען זאל דאווענען פאר אים.

די אטאקע האט פאסירט אינמיטן א ראַלי, ווען באַלסענעראָ איז געזיצן אינדערהייעך, ווערענדיג געהאלטן דורך זיינע שטיצערס (זעה ווידיאָ), ווען אינמיטן איז איינער צוגעקומען אין אים געשטאכן.

די לאָקאַלע פאָליציי האט געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט איינעם צוליב די אטאקע, אבער זיי האבן נישט ארויסגעגעבן מער דעטאלן.

בילד

👈 זעהט ווידיא

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל