קאַליפאָרניע - די פאליציי אין בעקערספיעלד האבן געמאלדן אז עס איז פארהאן זעקס טויטע - אריינגערעכענט דער אטאקירער, אין א בלוטיגע שיסעריי.

די שיסעריי איז פארגעקומען נעכטן נאכמיטאג 5:20 (לאָקאַלע צייט), ווען דער אטאקירער און זיין ווייב זענען געגאנגען צו א שיפּפּינג פירמע, אנקומענדיג אהין האט דער אטאקערער געשאסן און אומגעברענגט א ציווילער, און דערנאך זיין אייגענע ווייב.

דערנאך איז די אטאקירער ארויסגעלאפן אויף די גאס, נאכלויפנדיג און שיסנדיג אויף א פערזאן וואס האט מיטגעהאלטן די ערשטע שיסעריי. דערנאך האט ער געשאסן און אומגעברענגט צוויי פערזאנען וואס זענען געווען אויפ'ן וועג ארויס פון זייער היים. דערנאך האט ער געהיידזשעקט א אויטא, ווי א מאמע מיט א קינד זענען געווען, אבער די צווי האבן באוויזן צו אנטלויפן. פארענדיג מיט דעם אויטא איז ער געווארן אפגעשטעלט דורך אן פאליציי מאן, ווי ער איז ארויסגעקומען אין זיך געשאסן און געברענגט א ענדע צו זיין לעבן און צו די דראמא.

בילד



באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל