מישיגען – אן אמיש-טאון אפשטאמיגער אין מישיגען, האט אונטערגענומען אן אינטערעסאנטן פראיעקט, פארוואנדלענדיג זיין פערד און וואגאן אלס א טעקסי סערוויס, וואס ער באצייכנט עס אלס "אמיש אובער". די רעדע איז פון טימאטי האקסטעדלער, וועלכער זאגט אז ער האט אנגעהויבן צוצושטעלן רייזעס אין דער מישיגען שטאט קאולען, פאר פינף דאלאר א לאקאלע רייזע, נאכדעם וואס ער האט צום ערשטן מאל געהערט פון אזא סארט זאך ווי "אובער" טעקסי סערוויס מיט עטליכע מאנאטן צוריק. ער זאגט אז רוב פון זיינע קאסטומערס זענען טאקע טוריסטן, אבער פילע לאקאלע נוצן אים אויך, און זיי זאגן אים קלאר אז זיי נוצן אים אנשטאט צו נוצן די געהעריגע אובער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל