פעיסבוק ווערט ערנסט איבער איר ציהל צו מאכן געלד פון די וואטסעפפ עפפ, וואס זיי האט אפגעקויפט פר און א האלב יאהר צוריק.

וואטסעפפ האט פארעפנטליכט דריי וועגן וויאזוי קינדן קען זיך פארבינדן מיט ביזנעס אקאונטס, א קנעפל וואס וועט גלייך אנהייבן א שמועס, די מעגליכקייט פאר די ביזנען צו שיקן א מעסעדזש צו די קאסטומער און א געהעריגע טראדיציענאלע שמועס.

אויסער די אומזינסטיגע סערוויסעס, וועט וואטסעפפ ערלויבן ביזנעס צו קויפן עדס, וואס וועט האבן א "קאָל פאָר עקשאָן" וואס וועט קענען אנהייבן א שמועס מיט די ביזנעס. אויב די ביזנעס וועט ענטפערן פאר די קאסטומער אין די זעלבע מעת לעת, וועט די שמועס קענען אנגיין אומזינסט פאר ביידע זייטן, און אויב די ביזנעס שלעפט מער ווי 24 שטונדע פאר'ן ענטפערן, וועט די ביזנעס קענען צוריקשיקן א מעסעדזש פאר א אפצאהל. נאך א וועג צו מאכן געלד.

פעיסבוק האט באצאלט 19 ביליאן דאלער פאר וואטסעפפ פון צוויי יאהו ארבעטערס, און זוכט שוין לאנד וועגן צו צוריקמאכן די געלד, און א רווח אויך...

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל