וואשינגטאן, די.סי. - אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט היינט צוריקגעשאסן אויף פרעזידענט טראמפ, פאר'ן זאגן אז ער האט קיינמאל נישט געהעריג איבערגענומען קאנטראל פון די יוסטיץ דעפארטמענט, ארויסלייגענדיג א סטעיטמענט אז די אגענטור וועט נישט ווערן "אומריכטיג באאיינפלוסט" דורך פאליטיק.

טראמפ האט געמאכט זיינע קאמענטארן ביי א פאקס ניוז אינטערוויו, ווי ער האט צוזאמגערעדט פון אלע סארט טעמעס, איינס געפלאכטן מיט די צווייטע, ווי זיין שטייגער. צווישן אנדערע, האט טראמפ געזאגט אז "די איינציגסטע סיבה פארוואס איך האב אים געגעבן די דזשאב, איז פאר זיין געטריישאפט", עפעס וואס ער האט שוין עטליכע מאל איבערגעזאגט אויף סעשאנס און אויף אנדערע, און האט געהויבן ברעמען ביי יעדעם. אויך האט ער געזאגט אז "אפילו מיינע פיינט זאגן אז דזשעף סעשאנס האט מיר געזאלט זאגן אז ער גייט זיך אפזאגן" פון די קאלושען קעיס.

זיין הויפט פראבלעם מיט די אטוירני דזשענעראל, וואס איז געווען פון זיינע ערשטע שטיצערס, איז די פאקט אז סעשאנס האט זיך גלייך אפגעזאגט פון די קאלושען קעיס, זאגענדיג אז ער האט א קאנפליקט אוו אינטערעס (סתירה פון נגיעות). דאס זיך אפזאגן פון א קעיס ווען מען האט סיי וואספארא נגיעה, איז א העכסט-נארמאלע פראקטיק, און א עטישע פליכט. אבער עס זעהט אויס ווי דער פרעזידענט האט נישט די מינדעסטע פארשטאנד איבער עטיקס און וויאזוי די רעגירונג ארבעט, פון די וועג וויאזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט ביי די אינטערוויו אז "ער איז דאך געווען א טייל פון מיין קאמפיין, ווייסט ער דאך אז עס איז נישט געווען א קאלושאן, פארוואס זאל ער זיך אפזאגן?!" די ווערטער ווייזט אז ער פארשטייט נישט אז איינער וואס האט א נגיעה, קען נישט זיין דער וואס פירט די אויספארשונג.

סעשאנס האט היינט ארויסגעגעבן א געשריבענע סטעיטמענט, זאגענדיג:
"איך האב גענומען קאנטראל פון די יוסטיץ דעפארטמענט די טאג וואס איך בין איינגעשוואוירן געווארן, און איז די סיבה פארוואס איך האב געהאט אזא שטארקע סוקסעס אין אדורכפירן די פרעזידענט'ס אגענדע - אזאנס וואס באשיצט די זיכערהייט און רעכטן פון די אמעריקאנער בירגער, ברענגט אראפ ווילדע פארברעכן, אינפארסירט אונזער אימיגראציע געזעצן, העלפן די עקאנאמישע וואוקס, און שטופט פאראויס רעליגיעזע רעכטן. ווילאנג איך בין די אטוירני דזשענעראל, וועט די יוסטיץ דעפארטמענט נישט ווערן אומריכטיג באאיינפלוסט דורך פאליטישע נגיעות."

בילד

👈 זעה ווידיא און פולע סטעיטמענט

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל