קאליפארניע - א 37-יעהריגער מאן פון מאַנטאַרעי איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פארדאכט אז ער איז געווען אנגעטרונקען ווען זיין טעסלא זעלבסט-דרייוונדיגע עלעקטראנישע קאר האט אריינגעקראכט אין א סאן האזעי פייערטראק פרייטאג צונאכטס, לויט ווי די קאליפארניע הייוועי פאטראל גיט איבער.

די עקסידענט האט פאסירט בערך 1:07 שב"ק פארטאגס אויף די איי-101 שאסיי אין סאנטא קלארא קאונטי, ווען מייקל טראן'ס טעסלא מאדעל עס האט אריינגעקראכט אין די פייערטראק פון אונטן ביי בערך 65 מייל פער שעה. טראן האט געזאגט פאר אויספארשער אז ער "מיינט אז די אוטאפילאט איז געווען אנגעצינדן", אבער די אויספארשער האבן דאס נישט געקענט פעסטשטעלן.

בילד

בילד בילד

באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל