טעקסאס - סורוועילענס קאמערעס האבן אפגעכאפט די ווילדע רויבעריי, ווען א פארפאלק האט ארויסגענומען $75,000 פון די באנק.

די אינצידענט האט זיך אנגעהויבן, ווען די מאן און ווייב האבן ארויסגענומען פינף און זיבעציג טויזנט דאלער אין קעש פון א באנק. א ארבעטער פון די באנק האט אנגערופן איר פריינד, און דערציילט פון די גרויסע סומע וואס די צוויי האבן מיט זיך, און די קרימינאלע אקט האט זיך אנגעהויבן צו שפינען. די פארפאלק איז אפגעווארט געווארן אין א גאז סטאנציע, און א ווילדע געשלעג האט איבערגעלאזט די צוויי בארויבט און קריטיש פארוואונדעט.

די פאליציי האט ארויסגעגעבן די ווידיא, האפענדיג אז דאס וועט פירן צו די ארעסט פון דעם פערטן קרימינאל.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל