סאודי אראביע - די סאודישע רעגירונג האט ארעסטירט סאַמאַר באַדאַווי, די שוועסטער פון דער בלאָגער ראַיף באַדאַווי, האט אמנעסטי אינטערנאציאנאל באריכטעט פאריגע וואך מיטוואך.
ראַיף'ס ווייב ענסאַף און זיינע דריי קינדער זענען געווארן קאנאדישע בירגער נישט לאנג צוריק, און דאס פארפליכטעט די קאנאדישע רעגירונג צו באשיצן די פאמיליע.

די קאנאדישע אויסערן מיניסטארשע קריסטיע פרילאנד האט דאנערשטאג גע'טוויט' אז זי איז "אנגעצויגן" איבער די ארעסט.
יעצט האט די סאודי אויסערן מיניסטעריום געמאלדן אז זי רופט אהיים איר אַמבאַסאַדאָר צו קאנאנדא, נאַיף בין באַנדאַר אַל סודעירי (Naif Bin Bandar Al Sudairi), און באטראכט די קאנאדישער אַמבאַסאַדאָר צו סאודי אראביע אלס "פערזאנע נאן גראטיא" (נישט וועלקאָם), און מוז פארלאזן דאס לאנד אין 24 שטונדע. זי האט אויך געזאגט אז זי וועט שוין איינפרירן אלע האנדל און אינוועסטירנגען געשעפטן מיט קאנאדא.
די קאנאדישע "אויסערן פאליסי" האט גע'טוויט' פרייטאג איז די לאנד איז "ערנסט באזארגט איבער פרישע ארעסטן פון ציווילע און פרויען-רעכט אקטיוויסטן אין סאודי אראביע, אריינגערעכנט סאַמאַר באַדאַווי. מיר ראטן די סאודי אויטאריטעטן צו שוין באפרייען אלע פון זיי, און אלע אנדערע פרידליכע אקטיוויסטן."
יעצט האט די סאודי אויסערן מיניסטעריום געמאלדן אז זי רופט אהיים איר אַמבאַסאַדאָר צו קאנאנדא, נאַיף בין באַנדאַר אַל סודעירי (Naif Bin Bandar Al Sudairi), און באטראכט די קאנאדישער אַמבאַסאַדאָר צו סאודי אראביע אלס "פערזאנע נאן גראטיא" (נישט וועלקאָם), און מוז פארלאזן דאס לאנד אין 24 שטונדע. זי האט אויך געזאגט אז זי וועט שוין איינפרירן אלע האנדל און אינוועסטירנגען געשעפטן מיט קאנאדא.
אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
הוסף רשומת תגובה