זוהן טויט אין פליגער קראך, פארשפרייטענדיג טאטע’ס אש
איינע פון די צוויי  ברידער פליענדיג צו פארשפרייטן די אש פון זייער געשטארבענע טאטע (א גוי'אישע מנהג), איז געשטארבן נעכטן שב"ק, נאכדעם וואס זייער פליגער האט געקראכט אין א קליין וואסער אין מאסאטשוסעטס.

דער 34-יעהריגער סקאט לאנדיס איז גע'הרג'ט געווארן פון די עקסידענט, וואס האט פאסירט פרייטאג ביי די קראנלאנד לופטפעלד אין האַנסאָן, מאסאטשוסעטס, בערך א האלבע שעה דרום פון באסטאן.

די פליגער האט געקראכט נאכ'ן פארלירן קראפט פאר די מאטאר, גלייך נאכ'ן זיך הייבן. דער פילאט האט פרובירט צוריקצוברענגן דעם קליינעם פליגער צו די ראנוועי, אבער די פליגער איז אריינגעפאלן אין די פּאָנד, אומברענגענדיג דעם פילאט. די ברידער פעטריק, ערהוילט זיך אין די טופטס מעדיקעל צענטער.

סקאט איז א מיטגליד פון די ארמיי נעשאנעל גארד, און איז אהיימגעלאזט געווארן פון זיין באזע אין קאָסאָוואָ, צו קענען זיך באטייליגען אין זיין טאטע'ס לוויה. ער איז געווען א פּילאָט אין די ארמיי, און געפירט בלעקהאוק העליקאפטערס.




בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל