פיטער סטראוק, דער עף.בי.איי. אגענט וואס האט געשריבן אנטי-טראמפ טעקסט מעסעדזשעס ווען ער איז געווען פארמישט אין די קאלושאן אויספארשונג קעגן טראמפ, איז היינט אויפגעזאגט געווארן פון זיין אמט.

סטראוק איז דער דריטער הויך-ראנגיגער באאמטער צו ווערן אויפגעזאגט פון די עף.בי.איי. זינט דאנעלד טראמפ איז געווארן פרעזידענט. אין 2017 האט דער פרעזידענט פלוצלינג אויפגעזאגט דעם דירעקטאר דשעימס קאומי, און פריער אין 2018 האט אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס אויפגעזאגט דעפיוטי דירעקטאר ענדרו מעקעיבי, טעג פאר ער האט סייווי געדארפט אויסדינען מיט בענעפיטן.

סטראוק, וואס האט געארבעט פאר די פעדעראלע אגענטור פאר 22 יאהר, האט געהאלפן אנפירן די אויספארשונג איבער רוסלאנד'ס זיך אריינמישן אין די 2016 וואלן, און איבער קלינטאן'ס אימעילס.

פאריגע זומער האט דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער אראפגעווארפן סטראוק פון די טראמפ אויספארשונג, נאכדעם וואס דער יוסטיץ דעפארטמענט'ס אינספעקטאר דזשענעראל מייקל האראוויץ האט אנדעקט די טעקסט מעסעדזשעס צווישן סטראוק און א אנדערע עף.בי.איי. אגענט.

וואס איז מערקווירדיג מיט די אויפזאג, איז אז דער עף.בי.איי. דירעקטאר קריסטאפער רעי האט ארויסגעווארפן סטראוק, כאטש וואס די יוסטיץ דעפארטמענט'ס "אפיס פאר פּערזענליכע פאַראַנטוואָרטליכקייט" האט דאס נישט רעקאָמענדירט. דאס איז די אפיס וואס פארשט מיסברויכן פון ארבעטער, און זיי האבן טאקע דורכגעפירט א אויספארשונג אבער געקומען צו די באשלוס אז עס איז נישט פארהאן קיין באווייזן אים אויפצוזאגן. דאס זעלבע איז מיט די גאר-שטרענגע פארהער אין קאנגרעס, וואס האט נישט געברענגט צו קיין שולדיגע אויספיר.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל