וואשינגטאן, די.סי. - אין א שווערע פאליטישע קלאפ פאר פרעזידענט טראמפ, האט א פעדעראלע דזשורי געפונען זיין געוועזענעם קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט שולדיג אויף שווינדל קלאגעס, געבענדיג א גרויסע זיג פאר דעם ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער.

מענעפארט איז געפונען געווארן שולדיג אויף פינף שטייער שווינדל קלאגעס, איין קלאגע פון נישט פייל'ן א פינאנציאלע דאקומענט מיט די רעגירונג און צוויי קלאגעס פון באשווינדלען א באנק. די ריכטער האט דערקלערט א מיסטרייעל (קיין אורטייל) אויף צען אנדערע קלאגעס וואס די דזשורי האט זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף א אורטייל, אריינגערעכנט ליגנט זאגן אויף שטייער בויגנס.

מענעפארט שטייט אויס לאנגע טורמע טערמינען, פאר יעדע קלאגע וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג. עס איז אויך פארהאן די מעגליכקייט, אז פרעזידענט טראמפ זאל אים געבן א פארדאן, אדער פארקלענערן זיין שטראף.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל