מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, האט זיך סודות'פול געטראפן מיט די עגיפטישע פרעזידענט אבדול פאטאח על סיסי, צוויי מאנאטן צוריק.

לויט א באריכט פון זשורנאליסט ברק רביד, איז נתניהו אריבערגעפלויגן אין געהיים קיין מצרים אום מאי דער 22'סטער, צוזאמען מיט א קליינע צאל ראטגעבער און זיכערהייט וועכטער, און געבליבן דארט פאר עטליכע שטונדע, פאר ער האט זיך צוריקגעקערט אהיים ביינאכט. די גאנצע רייזע איז געבליבן - ביז יעצט - א געהיימניס, און מערסטענס פון די קאבינעט, אריינגערעכנט די פאליטישע און זיכערהייט מיניסטארן, האבן נישט געוואוסט דערפון.

די צוויי פירער האבן דיסקוסירט די עגיפטישע פרואוו אויסצוארבעטן א אפמאך פאר עזה, וואס וואלט אריינגערעכנט די צוריקשטעל פון די "פאלעסטינער אויטאריטעט" פירערשאפט צו עזה, א פולשטענדיגע פייער-אפשטעל, א ערנסטע פארגרינגערונג פון די איזרעילי און עגיפטישע בלאקאדעס ארום עזה, און שריט צו נארמאליזירן די עזה אינפראסטרוקטור.

בילד
(נאטיץ: די בילד איז א פאריאהריגע צוזאמטרעף אין ניו יארק) 

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל