טענעסי - אויטאריטעטן אין נעשוויל האבן ארויסגעגעבן די סורוועילענס ווידיא פון די טויטליכע שיסעריי פון א שווארצע מאן דורך א ווייסע פאליציי אפיציר, און די מעיאר רופט פאר א "פולשטענדיגע איבערבליק" איבער די פאליציי'ס מעטאדן און רולס.

די ווידיא ווייזט די שיסעריי פון די 25-יעהריגער דעניעל האמבריק אויף א טראָטואַר נעבן א אפרמענט קאמפלעקס, נאך א טראפיק אפשטעל אין די 26'סטע יולי.

אין די ווידיא קומט האמבריק ארום די גאס, און אין סעקונדעס שפעטער זעהט מען דער אפיציר ענדרו דעלק באווייזט זיך אונטער אים און שטרעקט אויס זיין געווער. מען זעהט ווי האמבריק פארט צו די ערד, און דעלק קומט נענטער מיט זיין גאן נאכאלץ אויסגעשטרעקט. דא ענדיגט זיך די ווידיא.

מען קען נישט זעהן צו האמבריק האט געהאט סיי וואספארא געווער אין זיין הענט ווערן ער קומט ארויס פון זיין קאר, ווי די טי.בי.איי. אויספארשער האבן געזאגט. דעלק איז אריבערגעשטעלט געווארן צו אדמיניסטראטיווע פליכטן, זינט די אינצידענט.

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל