די רוסישע אויטאריטעטן לייקענען מייקראסאפט'ס באשולדיגונגען אז העקערס פארבינדען צו די רוסישע רעגירונג צילן די וועבסייטס פון צוויי אמעריקאנער רעכט-געשטימטע "טינק טענקס", האט די אונטערפאקס נייעס אגענטור היינט אנטפלעקט.

די סאפטווער ריז האט געזאגט, אז זי האט באוויזן אפצושטעלן א רוסיש-פארבינדעטע פריוו לעצטע וואך. די אנטדעקונג ווייזט, אז מאסקווע האט אויסגעברייטערט אירע אטאקעס, אין בעפארברייטונג צו די 2018 מידטורם וואלן.

מייקראסאפט רופט די העקער גרופע "סטראַנטיום" (Strontium), אנדערע רופן זיי "פענסי בער" (Fancy Bear) אדער עי-פי-טי-28 (APT28). א אנקלאגע פון ראבערט מוללער האט איר צוגעבינדן צו די רוסישע הויפט שפיאנאזש אגענטור, די דזשי.אר.יו., און צו די 2016 אימעיל העק אטאקע אויף די קלינטאן קאמפיין און אויף די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע.

מייקראסאפט האט דערקלערט קריג אויף סטראַנטיום, זינט איר אנקלאגע אין די ווירדזשיניע פעדעראלע געריכט צוויי יאהר צוריק זומער. די קאמפאני האט פאריאהר באקומען א באשטעטיגונג פון די געריכט צו פארכאפן געוויסע פאלשע דאמעין נעמען (די נאמען פון וועבסייטס, א שטייגער ווי yiddish.news) געעפנט דורך די גרופע. דערווייל האט זי שוין גענוצט די רעכטן אכט און פערציג מאל, אראפצונעמען פאלשע וועבסייטס, אריינגערעכנט די זעקס וואס זענען פארבידן מיט די היינטיגע נייעס.

מייקראסאפט האט נישט ארויסגעגעבן, וואס די פאלשע וועבסייטס האבן אנטהאלטן. די זעקס נייע-פארמאכטע וועבסייט זענען:

  1. my-iri.org,
  2. hudsonorg-my-sharepoint.com, 
  3. senate.group, 
  4. adfs-senate.services, 
  5. adfs-senate.email און 
  6. office365-onedrive.com.


ווי דערמאנט, זאגט נישט די פירמע וואס פונקטליך די גרופע האט פרובירט צו טוהן מיט די וועבסייטס, אבער אלע האבן די אויסקוק ווי עפעס וואס א קאנגרעס מיטגליד און זייערע געהילפן וואלטן געדרוקט, אויב זיי באקומען א לינק דערצו. איי.אר.איי איז א אינטערנאַציאָנאַלע אומפארטייאישע ארגאניזאציע, וואס שטופט פאראויס דעמאקראטיע און פרייהייט פאליסיס. שעירפאונט איז א אימעיל סיסטעם, געשאפן געווארן דורך מייקראסאפט (וואס ערקלערט פארוואס די פירמע איז אזוי אינטערעסירט עס אפצושטעלן). די פערטע און פיפטע, זענען סענאט-קלינגעדיגע נעמען. וואן-דרייוו איז א מייקראסאפט-באזירטע קלאוד סטארעדזש סערוויס.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל