קאליפארניע - עס איז געווען קוים נאך 7:30 פארנאכטס אין די 26'סטע טאג פון יולי, ווען דיספעטשערס האבן געהערט דזשערעמי סטאוק'ס "מעידעי" רוף. דער פייער אינספעקטאר איז געווען אין זיין פיקאפ טראק, אויפן וועג צו העלפן עוואקואירן א געגנט אין רעדדינג, ווען ער אליינס איז פארכאפט געווארן פון די פלאמען פייער. א טויטע שטילקייט איז צוריקגעקומען צו די דיספעטשער'ס ענטפער.

יעצט, דריי וואכן שפעטער, האבן קאליפארניע באאמטע ערקלערט וואס עס האט פאסירט צו סטראוק יענע נאכט, ווען די "קארר" פייער איז נאך געווען קוים עטליכע טעג אלט. און זיי האבן אידענטיפיצירט דעם מערדער: א טאָרנעדאָ פון פלאמען, עפעס וואס די סטעיט האט קיינמאל נאכנישט געזעהן. די מאנסטער פייער וואס צוקוקער האבן געשילדערט, קען מען יעצט זעהן אין די ווידיא.

א פייער טאָרנעדאָ זעהט אויס - און טוט - די זעלבע ווי א וועטער-באזירטע טאָרנעדאָ, ווען די גאנטע ארומיגע דרייט זיך אין א צירקל, און שלעפט אלעס ארויף אין די צענטער דערפון.

אין ברען פון די צווייטע וועלט-קריג, האבן די אליאירטע קרעפטן באמבאדירט די דייטשע שטאט האמבורג ארום און ארום אין א צירקל, און דאס - צוזאמען מיט די שווערע יולי היצן און טרוקענע וועטערן - האט פאראורזאכט א פייער-טאָרנעדאָ דורך די פאסיגע לופט-דרוק, וואס האט אומגעברענגט 42,600 מענטשן און פארוואונדעט 37,000.

דאס זעלבע האט פאסירט מיט די אכט-גרעסטע פייער אין קאליפארניע'ס היסטאריע, וואס האט אומגעברענגט סטראוק, און איז נאר 75 פראצענט באהערשט. די סטעיטס גרעסטע פייער אין איר היסטאריע, די מענדאָסינאָ קאמפלעקס פייער, ברענט נאך יעצט אויף מער ווי 375 טויזנט אקערלאנד, און האט שוין חרוב געמאכט שטחים גרעסער פון די גרויסע לאס אנדזשעלעס.

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל