דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת איז פארגעקומען א לחיים אין די אכסניא פון אדמו"ר מ'סאטמאר (רז"ל) אין קרית יואל, בבית הנגיד ר' מענדל שווימער, ראה"ק ד'קהילת סאטמאר ק"י, לרגל די שידוך פון א אייניקל פון ר' יודל וויינשטאק משב"ק.

דערנאך איז פארגעקומען א באנקעט "מיסדי הבית" לטובת בית המדרש הגדול אין קרית יואל, וואס מען האט יעצט אנגעהויבן צו ארויסבויען, בבית הנגיד ר' חיים יוסף נידערמאן, ווי תושבי קרית יואל האבן אונטערגעשריבן שטרות פאר גרויסע סכומים לטובת די בית המדרש.

זומטאג צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין תלמוד תורה אינאיינעם מיט תלמידי התלמוד תורה, נאכ'ן דאווענען איז די רבי געווען ביי די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע הערש ב"ר עקיבא הירש, אייניקל פון ר' משה פריעדמאן משב"ק און הנגיד ר' שמואל חיים בראך, אין אחדות קאנטרי, ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. דערנאך ביי די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום ב"ר יושע יעקב טירנויער אין ביהמ''ד שארמאש, ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. דערנאך איז די רבי צוריקגעגאנגען צום ת"ת, ווי עס איז פארגעקומען א לחיים.

שפעטער איז פארגעקומען א עלעגאנטער חנוכת הבית באנקעט פאר נדיבים פון די נייע מקוה טהרה "הענדל מרים" בנין גאלדבערגער אין קרית יואל. זעה באזונדערע באריכט (מיט בילדער און ווידיא).

בילד

באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס, ערהאלט בילדער און דעטאלן פון די מערכת סאטמאר טעלעגראם טשענעל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל