ארץ ישראל - פאליציי האט די פארגאנגענע וואך ארעסטירט א סיניאר פלי מאנשאפט אויף א "ישראייר" רוט צווישן תל אביב און אילת, אויף די פארדאכט אז ער האט כסדר גע'גנב'ט צדקה געלד.

די "ישראייר" לופטליניע איז געלאפן א קאמפיין צו צוזאמנעמען געלד צו העלפן פארשידענע נויטבאדערפטיגע נצרכים, און פאסאזשירן וואס האבן געוואלט זיך באטייליגן, האבן אריינגעלייגט זייער נדבה אין א ספעציעלע קאָנווערט. די א.ד. מאנשאפט מיטגליד איז פארדעכטיגט אין האבן אוועקגענומען עטליכע קאָנווערטן, אנשטאט זיי איבערגעבן נאך די רייזע.

נאכ'ן אונטערזוכן זיין רענצל און זיין היים, האבן אויספארשער געטראפן בערך ניין טויזנט שקל (צווי און א האלב טויזנט דאלער) אין קעש. די פארדעכטיגטער האט מודה געווען אין די גניבות, און איז דערווייל אונטער הויז-ארעסט.

בילד

באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל