צוויי דיפלאמאטישע איזרעיליס האב אויסגעלויבן א היימישע פאמיליע פון מאנסי, פאר'ן זיך אריבערציען קיין ארץ ישראל.

די גאנצע געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען די איזרעילי מידיא האט געדעקט א געזעגענונג סעודה אין די אמרי שפר חדר, וואס קינדער האבן געמאכט פאר זייער חבר וואס ציעט זיך אריבער צו די הייליגע לאנד צוזאמען מיט זיין משפחה. די מידיא האט ארויסגעברענגט אז די קלאס האט געבאקן א בלוי און ווייסע טארט (קעיק) פארצושטעלן די ציוני'סטישע קאלירן, און אז עס האט געהאט אויפשריפטן אין (היברו) [לשה"ק] "וְהוֹרַשְׁתֶּ֥ם אֶת־הָאָ֖רֶץ" (במדבר לג נג), אבער האבן געלייגט ווייניגער געוויכט אז די געבעקס האט אויך געהאט די אויפשריפט אין אראביש אז עס זאל זיין שלום אין לאנד...

דער ארגענטינע-אפשטאמיגער דני דיין,  א איזרעילי ביזנעסמאן און רעכטע ראדיקאל וואס איז אפגעזאגט געווארן דורך זיין היימלאנד פון צו ווערן אַמבאַסאַדאָר אהין און איז יעצט די איזרעילי קאונסיל צו ניו יארק, האט עס גערופן אויף טוויטער אן "עליה".

דוב ליפמאן, א געוועזענע חבר הכנסת פאר צוויי יאהר, האט עס אויך גערופן אן "עליה" צו זיינע פעיסבוק נאכפאלגערס, און שטאלצירט אז דער מנהל הרב משה קליין לייגט א דגוש אז די קינדער זאלן לערנען איבער מדינת ישראל, אויסלאזענדיג די פאקט אז די קינדער לערנען איבער אלע לענדער פון די וועלט, און האבן א פראגראם ווי יעדע קינד איז אן אַמבאַסאַדאָר פאר אן אנדערע לאנד.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל