קאבול - די טאליבאנער האבן זיך היינט צופרי ארויסגעלאזט אטאקירן די סטראַטעגישע שטאט גהאנזי, דרום צו די הויפטשטאט קאבול, אייננעמענדיג וויכטיגע געביידעס, און אויסגעטוישט פייער מיט זיכערהייט דינסטן.

אפגאניסטאן זעלנער האב זיך צוריקגעשלאגן מיט די שווער-באוואפענטע מיליטאנטן, וואס האבן געשטורעמט די שטאט פון אלע פיר זייטן. כאטש זעכצן מענטשן זענען געשטארבן און פערציג פארוואונדעט געווארן, די מערהייט אפגאניסטאן סאלדאטן.

די אמעריקאנער ארמיי האט ארויסגעהאלפן, מיט'ן אריינברענגן העליקאפטערס און דראונס, צו אונטערשטיצן די אפגאנער קרעפטן. די קאמפ גייט נאכאלץ אן, אויף די באדן און פון די לופט.

בילד

בילד

בילד



אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל